Nuch dir geyt oys mayn harz, oy mirele,
Mayn leben is mir shvartz,
Tzu zayn du aleyn un dich nit tzu zehn, iz shver…
Mirele! Dayn ponim sheynen mild oy mirele,
ven ich gekoifed dayn bild,
halt es in eyn tzien, un lozt mich nit rihen mer…
Tug vi nacht, gey ich arim mit a hartz vos shmacht,
un es rift un es beynkt zich, shtark nuch dir…
lch layd du shrek,
zaynt du bist fun der heym avek,
un ich zits in mayn heym un ich vein, eyner aleyn oy! ven ich vell dich nor
zehn…
Mirele! du kenst mayne layd, oy mirele, farvandelt glaych in freyd,
mayn hartz mayn gedank, hot dayn groyse farlang, nor dir…
Shloyme hamelech hut shoyn fun frier,
di liebe bazingen mit a sheynem shir,
azoy zing ich itzt, a liebes lied far dir…
Ich zeh far zich shtendig nur dayn geshtalt, in mechtigen heylign sheynem
pracht,
in mayn fantasie eybig shaynst du,
vi shtern in himel ba nacht…
Mirele! Dayn ponim sheinen mild oy mirele, ven ich gekoifd dayn bild,
halt es in eyn tzien, un lozt mich nit rihen mer…
lch layd du shrek,
zaynt du bist fun der heym avek,
un ich zits in meyn heym un ich veyn, ayner aleyn oy! Ich vill dich nor zehn…
Mirele! du kenst meyne leyd oy mirele, farvandelt glaych in freyd,
meyn hartz meyn gedank hut dayn groyse farlang, nor dir!
מירעלע!
נאך דיר גייט אויס מיין הארץ, אוי מירעלע,
מיין לעבן איז מיר שווארץ,
צו זיין דא אליין, און דיך נישט צו זעהן איז שווער…
מירעלע! דיין פנים שיינען מילד, אוי מירעלע,
ווען איך געקויפט דיין בילד,
האלט עס אין איין ציען, און לאזט מיך ניט רוהען מער…
טאג ווי נאכט, גיי איך ארום מיט א הארץ וואס שמאכט,
און עס רופט און עס בענקט זיך, שטארק נאך דיר…
איך לייד דא שרעק,
זיינט דו ביסט פון דער היים אוועק,
און איך זיץ אין מיין היים און איך וויין, איינער אליין אוי! ווען איך וויל דיך
נאר זעהן…
מירעלע! דו קענסט מיינע לייד, אוי מירעלע,
פארוואנדלט גלייך אין פרייד,
מיין הארץ מיין געדאנק האט דיין גרויסען פארלאנג, נאר דיר…
שלמה המלך האט שוין פון פריער,
די ליבע באזינגען מיט א שיינעם שיר,
אזוי זינג איך איצט, א ליבעס ליד פאר דיר…
איך זעה פאר זיך שטענדיג נאר דיין געשטאלט,
אין מעכטיגען הייליגען שיינעם פראכט,
אין מיין פאנטאזיע אייביג שיינסט דו,
ווי שטערן אין הימל ביי נאכט…
מירעלע! דיין פנים שיינען מילד, אוי מירעלע,
ווען איך געקויפט דיין בילד,
האלט עס אין איין ציען, און לאזט מיך ניט רוהען מער…
איך לייד דא שרעק,
זיינט דו ביסט פון דער היים אוועק,
און איך זיץ אין מיין היים און איך וויין,
איינער אליין אוי! איך וויל דיר נאר זעהן…
מירעלע! דו קענסט מיינע לייד, אוי מירעלע,
פארוואנדלט גלייך אין פרייד,
מיין הארץ מיין געדאנק האט דיין גרויסען פארלאנג, נאר דיר…
TanyaRADA пишет:
- спасибо! От Души!!! ( Улыбаюсь...)все так!!!Liza пишет:
Любимая песня моей мамы